Categories
The News And Times – thenewsandtimes.com - Posts

Video: How Jews in Paris marked one month since the brutal attacks in Israel

ethel-paris-higher-angle-scaled.jpg?_t=1

די וואָך האָט מען איבער דער וועלט באַצייכנט אַ חודש זינט די ברוטאַלע געשעענישן פֿונעם זיבעטן אָקטאָבער אין ישׂראל: אויך אין פּאַריז, אַ היים פֿאַר גרויסע ייִדישע און אַראַבישע קהילות, פֿילט מען שטאַרק אָפּ אויף די גאַסן די קאָנסעקווענצן פֿונעם כאַמאַס־אַטאַק טאָגטעגלעך, סײַ אין פֿאָרעם פֿון פֿאַרמערטע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, סײַ אין פֿאָרעם פֿון וואַקסנדיקן פּאָליטישן אומרו לגבי דער מלחמה אין עזה.

אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך האָט מען אָרגאַניזירט אויף פֿאַרשיידענע סימבאָלישע פּלעצער אין שטאָט ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינישע אונטערנעמונגען וואָס האָבן צוגעצויגן טויזנטער – אין טייל ערטער האָבן זיך אויך געשאַפֿן באַטײַטיקע קאָאָפּעראַציעס צווישן ייִדן און פּאַלעסטינער: צי בײַם טרויערן צוזאַמען, צי בײַם פּראָטעסטירן בשותּפֿותדיק פֿאַר אַ ביקסנשווײַג.

עטל ניבאָרסקי איז אַרויס דאָקומענטירן דרײַ פֿון די דאָזיקע אונטערנעמונגען אויפֿן אָרט, און גיט איבער אויף ייִדיש די שטימונגען וואָס הערשן איצט צווישן ייִדן מיט פֿאַרשיידענע אָריענטאַציעס אין דער פֿראַנצייזישער הויפּט־שטאָט, באַזירט אויף שמועסן מיט אָרטיקע אײַנוווינערס און טוערס.

The post Video: How Jews in Paris marked one month since the brutal attacks in Israel appeared first on The Forward.

The post Video: How Jews in Paris marked one month since the brutal attacks in Israel first appeared on The News And Times – thenewsandtimes.com.