Categories
The News And Times – thenewsandtimes.com - Posts

Yiddish translation of ‘Harry Potter and The Chamber of Secrets’ is out!

harry-potter.jpg?_t=1720624770

ייִדיש־קענער וואָס האָבן הנאה פֿון די הערי פּאָטער סעריע קענען איצט באַשטעלן אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם פֿריש איבערגעזעצטן באַנד, „הערי פּאָטער און די קאַמער פֿון סודות“. דאָס בוך וועט אַרויסגעשיקט ווערן אין מיטן אויגוסט.

איבערגעזעצט דאָס בוך האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדישיסט אַרעלע ווישוואַנאַט, און עס ווערט אַרויסגעלאָזט דורכן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט“.

דאָס איז דער צווייטער באַנד פֿון דער שטאַרק פּאָפּולערער סעריע אָנגעשריבן פֿון דזשיי קיי ראָלינג, וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש. דער ערשטער, „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין“, וואָס איז אַרויס אין 2020 — אויך איבערגעזעצט פֿון ווישוואַנאַט — איז אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן במשך פֿון איין וואָך.

די סעריע באַשטייט פֿון זיבן פֿאַנטאַזיע־ראָמאַנען וועגן אַ יונגן כּישוף־מאַכער, הערי פּאָטער, און זײַנע פֿרײַנד, הערמײַאָני גריינדזשער און ראָן וויזלי וועלכע לערנען זיך אין „האָגוואַרטס כּישוף־שול“.

אינעם איצטיקן באַנד, „די קאַמער פֿון סודות“, האָט הערי צו טאָן מיט ביימער וואָס קעמפֿן צוריק, פֿליִענדיקע אויטאָס, שפּינען וואָס רעדן און געפֿערלעכע וואָרענונגען באַשמירט אויף די ווענט פֿון דער כּישוף־שול.

כּדי צו באַשטעלן אַן עקזעמפּלאַר, גיט אַ קוועטש דאָ.

The post Yiddish translation of ‘Harry Potter and The Chamber of Secrets’ is out! appeared first on The Forward.

The post Yiddish translation of ‘Harry Potter and The Chamber of Secrets’ is out! first appeared on The News And Times.